רבונו־של־עולם, װעמען װילסטו דאָ אױספּרוּװן? שמערל האָלצהעקער? װילסט געבן ― גיב! (יצחק לייבוש פּרץ, „דער אוצר“)
וְאִם לֹא עַכְשָׁו אֵימָתָי. („פִּרְקֵי אָבוֹת“) = און אױב ניט איצט, װען דען? (יהואש)
מיר איז גוט – איך בין אַ יתום. (שלום־עליכם „מאָטל פּײסי דעם חזנס“)
אַ שײנעם און גרױסן דאַנק, טײַערער ר׳ אליהו־הנבֿיאשי, איר זענט אַזאַ גוטינקער. איר זאָלט מיר לעבן הונדערט און צװאַנציק יאָר און דערלעבן משיחן. (י. י. טרונק, „דער פֿרײלעכסטער ייִד אין דער װעלט אָדער הערשעלעס לערניאָרן“)
מיר׳ן עלטער װערן, װעלן מיר װיסן… ― מיר זײַנען שױן אַ היפּש ביסל עלטער געװאָרן, און מיר װײסן נאָך אַלץ גאָרנישט. (שלום־עליכם „מאָטל פּײסי דעם חזנס“)
איטלעכער איז אַ מבֿין אױף יענעם, נישט אױף זיך… (שלום־עליכם „מאָטל פּײסי דעם חזנס“)
זאָגט כאָטש להבֿדיל! (שלום־עליכם „מאָטל פּײסי דעם חזנס“)
וְאַל תֹּאמַר לִכְשֶׁאֶפָּנֶה אֶשְׁנֶה שֶׁמָּא לֹא תִפָּנֶה. („פִּרְקֵי אָבוֹת“) = זאָג ניט׃ אַז איך װעל זײַן פֿרײַ װעל איך לערנען, װאָרעם אפֿשר װעסטו קײן מאָל ניט פֿרײַ זײַן. (יהואש)
הַלּוֹמֵד עַל מְנָת לְלַמֵּד מַסְפִּיקִים בְּיָדוֹ לִלְמוֹד וּלְלַמֵּד. („פִּרְקֵי אָבוֹת“) = דער װאָס לערנט אַלײן כּדי צו לערנען אַנדערע, העלפֿט מען אים ער זאָל קענען אי אַלײן לערנען, אי אַנדערע לערנען. (יהואש)
דאָס מײנט מען מיך. (שלום־עליכם „מאָטל פּײסי דעם חזנס“)
וּבַמׇּקוֹם שֶׁאֵין אֲנָשִׁים הִשְׁתַּדֵּל לִהְיוֹת אִישׁ. („פִּרְקֵי אָבוֹת“) = און אין אַן אָרט װוּ עס זײַנען ניטאָ קײן מענטשן, מי זיך דו צו זײַן אַ מענטש. (יהואש)
פֿאַראַן אַלערלײ משוגעים אױף דער װעלט… (שלום־עליכם „מנחם־מענדל“)
לֹא עָלֶיךָ הַמְּלָאכָה לִגְמוֹר וְלֹא אַתָּה בֶן־חוֹרִין לְהִבָּטֵל מִמֶּנָּה. („פִּרְקֵי אָבוֹת“) = דו ביסט ניט מחויבֿ די אַרבעט צו ענדיקן, אָבער דו ביסט ניט פֿרײַ זיך פֿון איר אַרױסצומאַכן. (יהואש)
און מחמת איך בין פֿאַרנומען און האָב קײן צײַט ניט, מאַך איך דאָס בקיצור. (שלום־עליכם „מנחם־מענדל“)