דער נייער נומער “ירושלימער אַלמאַנאַך” איז אָקערשט דערשינען סוף מאַי 2012. דאָס איז דער 29טער באַנד פון 477 זייטן וואָס שטעלט פאָר אַ ברייטן קווערשניט פון דער היינטצייטיקער ליטעראַטור און פאָרשונג אויף יידיש.
אחוץ אַ ריי האָמאַזשן די יידישע שרייבער פון אַמאָל, ווערן דאָ פאַרעפנטלעכט נייע ווערק פון איבער 40 היינטיקע שרייבער, פּאָעטן, פאָרשער, איבערזעצער און עסייאיסטן פון איבער דער וועלט (איינגערעכנט: אויסטראַליע, אַמעריקע, איטאַליע, אַרגענטינע, דענעמאַרק, ישראל, ענגלאַנד, עסטרייך, פראַנקרייך, פּוילן, קאַנאַדע און רוסלאַנד).
עס ווערט דאָ צום ערשטן מאָל פולערהייט פּובליקירט קאָבי ווייצנערס פּיעסע “קאַרפּילעווסקי אָדער וואָס טוט מען דערמיט”, דריי הומאָרפולע דערציילונגען פון משה לעמסטער וועגן דעם נאָכמלחמהדיקן שטייגער פון די בעסאַראַבער יידן אין דער “באַפרייטער” סאָוועטישער מאָלדאָווע, נייע דערציילונגען פון באָריס סאַנדלער, בער קאָטלערמאַן, מרים האָפמאַן, טאָמאַס סאָקסבערגער, זשיל ראָזיע, דאָקומענטאַרע פּראָזע פון מישאַ לעוו און פון מרדכי יושקאָווסקי א.א., ווי אויך נייע לידער פון וועלוול טשערנין, חייקע־ברוריה וויגאַנד, רבקה באַסמאַן-בן־חיים, אלכסנדר שפּיגלבלאַט, משה סחר א.א.
צווישן די פאָרשערישע בייטראָגן געפינט מען דאָ דעם אַרטיקל פון אלכסנדרה פּאָליאַן און מאַריא קאַספּינאַ איבער די היינטצייטיקע יידישע עטנאָגראַפישע עקספּעדיציעס קיין אוקראַינע און מאָלדאָווע, משה טאַובע’ס און סטעפן קראָג’ס אַרבעטן אויף לינגוויסטישע טעמעס, איתי זוטרא’ס, עופר דינעסעס, וואַלערי סלוצקי’ס א.א. אַרטיקלען און פּובליקאַציעס איבער דער יידישער ליטעראַטור אין די פאַרשידענע צענטערס פון יידישער שעפערישקייט אינעם פאָריקן יאָרהונדערט.
אי
ן דעם נייעם אַלמאַנאַך קען מען, צווישן די ערשטלינג פּובליקאַציעס, זיך באַקענען מיט אָריגינעלע לידער פון מאַרעק טושעוויצקי (קראָקע) און פישקע דע גאַל (קיימברידזש, מאַס.), מיט די ביכורים דערציילונגען פון עמיל קאַלין (תל אביב) און דבורה קאַצאָוויטש (בוענאָס איירעס), מיטן באַלערעוודיקן עסיי פון לייזער בורקאָ (ניו־יאָרק) איבער דער אַמאָליקער סאָוועטישער קריגערישער “אַפּיקאָרסעס” און דער היינטצייטיקער אַטעאיסטישער באַוועגונג אָנגעפירט פון אַ ריי פּראָמינענטע אַמעריקאַנער און ענגלישע וויסנשאַפטלער און אינטעלעקטואַלן, ווי אויך מיט אריאל אבן־מעשה’ס (קיימברידזש און ירושלים) שטאַרק געוואַגטער עקספּערימענטאַלע אונטערנעמונג איבערצוזעצן דריי פון ר’ מנחם־נחום טשערנאָבילער’ס דרשות צוריק אויף זייער אורשפּרינגלעך בעל־פּה אויסגעדרוקטן יידיש.
צוליב דעם עקסטראַ ברייטן פאַרנעם פונעם באַנד איז אוממעגלעך דאָ איבערצורעכענען יעדערן פון די חשובע מחברים און זייערע וויכטיקע בייטראָגן. מיטן פולן אינהאַלט פונעם באַנד קען מען זיך באַקענען דאָ (זייט אזוי גוט, זעט דעם אינהאלט אין דעם בייגעלייגטן פּי.די.עף אונטן).