מיר זענען דא צי העלפן חסידישע מענער, וואס האבן שוועריקייט צי באקומען א חברותא פאר סיי וועלכע סיבה, צוזאמפארן מיט א פאסיגע חברותא. א חברותא נישט נאר צי לערנען צוזאמען, נאר שמועסן, אויסשמועסן און מיטלעבן איינער דעם צווייטן. אזוי ווי ריכטיגע חברים. י
איר פילט אויס א פארעם וואס וועט אונז געבן א סך הכל פון בערך וואס איר זיכט, און וואס אנדערע קענען זיכן אין אייך. אויב מיר וועלן טרעפן א פאטענציאלע צוזאמשטעל וועלן מיר שיקן פאר ביידע א ס"ה פון די אינפארמאציע פון דעם אנדערן אהן די קאנטעקט אינפא. אויב עס זעהט אויס אונטערעסאנט פאר ביידע, וועלן מיר שיקן די קאנטעקט אינפא פאר ביידע ווי זיי וועלן אליינס קענען איבערנעמען. י
י
די אינפארמאציע וואס מיר באקומען פון די פארומס וועט אויסדרוקליך "נאר" געניצט ווערן ווי אויבן דערמאנט. חוץ מזה, מיר בעטן נישט קיין שום אינדיטעט אינפארמאציע אויסער א קאנטעקט מעטאד. פארשטייט זיך אז איר זאלט נאר ניצן אן אנינאמער קאנטעקט מעטאד אויב ווילט איר בלייבן אנאנים. י
י