אונדזער נײַע ביבליאָטעק

 

עס איז פֿאַר קיינעם ניט קיין סוד אַז ייִדישע ליטעראַטור קלאַמערט זיך  נאָך אַלץ אין שעפֿערישקייט, אין דעם יחידס באַגער זיך 
אויסצודריקן און זיך אויסגעשטאַלטיקן אין דער הײַנטיקער וועלט, אפֿילו ווען זי, די וועלט, פֿאַרמאָגט שוין בלויז געציילטע לייענער און גאָר ווייניק געטרײַע אָפּנעמער און געניסער פֿון אירע – סײַ צײַטיקע און סײַ הײַנטצײַטיקע – פּירות.

אף־על־פּי־כן, אָדער ווי עס וואָלט געזאָגט טבֿיה: כּל־זמן שהנשמה בקרבי,  פֿאַרמאָגן מיר הײַנט־צו־טאָג אַ ריי שעפֿערישע כּוחות, וואָס זייער אַרבעט ווערט פֿאָרגעזעצט שיער ניט לשמה, שיער ניט לשם־שמים. ווײַל עס איז דאָ ווער עס זאָל און עס איז דאָ מיט וואָס מע זאָל קומען כאָטש עס דאַכט זיך צו־מאָל אַז מע שאַפֿט אין אַ מין פֿאַרמאַכטער אַקוסטישער גניזה־קאַמער, וועלכע עס לאזט זיך  קוים, קוים אביסעלע אויפצועפענען אדאנק די מאָדערנע מיטלען פון קאָמוניקאַציע.

דאך איז ניט אוועקמאכן מיט דער האנט די שפאגל נייע מעגלעכקייטן וואס מיר האבן געקראגן כדי זיך דורכצושלאָגן אי צו די נײַע, אי צו די געוויינטלעכע לייענער דורך דעם וועלט־רחבֿותדיקן געוועב וואָס קאָן און טוט טאַקע בפֿועל פֿאַרבינדן אונדז אַלעמען.

און דווקא אין דער צײַט פֿון בראַווער וועלט־קאָמוניקאַציע איז דאָס גארניט ווייניקער וויכטיק און ראוי אַז די הײַנטצײַטיקע יידישע ליטעראַטור זאָל ווײַטער באַרײַכערט ווערן מיט נײַע געדרוקטע ווערק, נײַע ביכער ובפֿרט פֿון יענע מחברטעס און מחברים, וועלכע זענען נאָך כּלל וכלל ניט זוכה געווען אַרויסצוגעבן אן אייגן בוך.

די נײַע ביבליאָטעק איז געשאַפֿן געוואָרן כּדי צו דערמעגלעכן דעם ווײַטערדיקן קיום אין דרוק און אין בוך פֿאָרעם פֿון אונדזער ליטעראַטור, וואָז אירע שאַפֿער זענען צעזייט און צעשפּרייט – אָפֿטמאָל אחד בעיר, שנים במדינה – איבער שטעט און לענדער פֿון אייראָפּע, אין צפֿון אַמעריקע און אין מדינת ישראל.

ניט צופֿעליק איז די ביבליאָטעק געשאַפֿן געוואָרן אין ישראל – ס'איז אַ נאַטירלעכער פּרוּוו צו אינספּירירן אַ שעפֿעריש טעטיקן קיבוץ־גלויות פֿאַר אַלע ערנסטע ליטעראַרישע כּוחות – אי די, וואָס זייער אַרבעט האָט ווערט מע זאָל זי געהעריק אָפּשאַצן און דערמוטיקן, אי די, וואָס קומען שוין מיט קבלות. שוין צײַט מיר זאָלן אַלע באַמיִען זיך צו קומען צום טיש. צום טיש וווּ עס זאָלן זיך כּסדר באַווײַזן פֿרישע, נײַע ביכער פּאָעזיע, פּראָזע, דראַמע און בהמשך – הלוואי אויך קריטיק  און פֿאָרשונג.